קאראקאס – די פירער פון דער אפאזיציע פארטיי אין ווענעזועלע האבן געזאגט אז זיי פלאנירן צו ארגאניזירן אן אומאפיציעלן רעפערענדום אום יולי 16, וואו וויילער איבער'ן לאנד וועלן האבן א שאנס ארויסצוקומען און אפגעבן זייערע שטימען, צי זיי באשטעטיגן די קאנטראווערסיאלע פלענער פונעם דיקטאטור ניקאלעס מאדורע וועלכער וויל איבערטוישן די קאנסטיטוציע צו פארכאפן מער מאכט פאר זיך. ווענעזועלע איז פארוויקלט אין א פארצויגענעם קריזיס פון הונגער, נויט און געזעצלאזיגקייט, וואס ווערט נאר ערגער מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג צוליב'ן פאקט אז דער מאדורע רעזשים איגנארירט דעם קריזיס און איז אנשטאט פארנומען מיט'ן אונטערדרוקן און דערמארדן פראטעסטירער. מאדורע פלאנירט אפיציעלע וואלן ענדע יולי צו ערוועלן אן אסעמבלי וואס וועט איבערשרייבן די קאנסטיטוציע, און דעריבער האט דער אפאזיציע פירער, הוליא בארגעז, דערקלערט אז פונקט צוויי וואכן בעפאר די וואלן, וועלן זיי ארגאניזירן א סימבאלישע רעפערענדום איבער'ן לאנד, צו זען צי א מערהייט פונעם פאלק וויל געבן די מאכט פאר מאדורע איבערצושרייבן די קאנסטיטוציע.

בילד: אומאפיציעלער רעפערענדום פלאן אין ווענעזועלע 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל