בערלין – די רעגירונג אין דייטשלאנד האט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע דערקלערט אז ס'איז אומלעגאל צו שרייבן העסליכע קאמענטארן, אריינגערעכנט אנטיסעמיטישע אויסדרוקן, אויפ'ן אינטערנעט. דאס געזעץ ברייטערט אויס די ביז יעצטיגע פארשידענע געזעצן וואס עקזיסטירן אין דייטשלאנד צו בלאקירן העסליכע קאמענטארן, וואס נעמט אריין דאס לייקענען דעם האלאקאוסט, פאר וועלכע מען קען באשטראפט ווערן מיט ערנסטע טורמע אורטיילן אין דייטשלאנד. דאס נייע געזעץ זאגט אז עס איז דאס אחריות אויף די אייגנטימער און פירער פון די פארשידענע סאציאלע וועבזייטן צו פארמעקן העסליכע קאמענטארן וואס באנוצער שרייבן, און אויב ווערט עס נישט פארמעקט ביז א וואך, וועלן די וועבסייטס אויסשטיין א שטראף פון אזויפיל ווי 56 מיליאן דאלער. קריטיקירער פונעם נייעם געזעץ האבן געזאגט אז עס צוימט איין די פרייהייט פון אויסדרוק וואס די דייטשע קאנסטיטוציע פארזיכערט פאר יעדן בירגער.

בילד: דייטשלאנד צוימט האס-רעטאריק אויפ'ן אינטערנעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל