אהייא – די עקזיסטירנדע אידישע קהילות אין קאלאמבוס, אהייא זאגן אז זיי באטראכטן זיך צוזאמצושטעלן אונטער איין גרויסע ארגאניזאציע צו קענען פארוואלטן אלע אידישע בתי חיים אין דער שטאט. די קאסטן פון אויפהאלטן א בית החיים אין דער שטאט ווערן מער און מער טייער מיט יעדן טאג, און די קהילות זענען אין די לעצטע יארן קלענער געווארן, וואס וועגן דעם זענען נישטא אזויפיל קבורות און עס קומט נישט אריין גענוג געלט. צוזאמצושטעלן זיך אין איין גרויסע ארגאניזאציע, וועלכע וועט קאנטראלירן און מענעדזשן אלע בתי חיים, וועט זיין סיי פראקטיש און סיי ס'וועט שניידן די קאסטן. מארק לעווי, פרעזידענט פון די בית ה' קהילה אין קאלאמבוס, זאגט אז אין דער שטאט סינסינעטי, אהייא זענען פאראן 24 אידישע קהילות וועלכע האבן אלע זייערע בתי חיים אונטער איין ארגאניזאציע, און קאלאמבוס וועט מעגליך נאכמאכן יענעם סארט צוגאנג.

בילד: קאלאמבוס, אהייא אידן ווילן פאראייניגן בתי חיים 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל