וואשינגטאן – א הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב דער יוסטיץ דעפארטמענט, וועלכע דינט אלס דער הויפט אינספעקטאר צו פארזיכערן אז גרויסע אמעריקאנער קארפאראציעס באגייען נישט קיין קרימינאליטעטן, האט פארלאזט איר פאזיציע. האי טשען (Hui Chen) האט געהאט די הויכע פאזיציע שוין זינט נאוועמבער יאר 15', און אין יוני האט זי שטילערהייט רעזיגנירט און ארויסגעשטעלט א קורצע ערקלערונג אויף "לינקד-אין" וואו זי גיט אראפ פארוואס זי האט רעזיגנירט, און ערשט יעצט איז אפירגעקומען די ערקלערונג און דער פאקט אז זי האט רעזיגנירט, ווען א זשורנאליסט פון די "אינטערנאציאנאלע ביזנעס טיימס" האט עס באמערקט. טשען שרייבט דארט אז זי האט זיך געשפירט היפאקריטיש צו פארלאנגען פון פירער פון קארפארעישאנס אז זיי זאלן זיך האלטן צו רעגירונג עטיקס געזעצן, אין דער צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע, די פירער פון דער אמעריקאנער רעגירונג, האלטן זיך נישט צו די מינדעסטע עטיקס געזעצן, ספעציפיש דאס אז טראמפ האלט אן באציאונגען און פארדינסטן מיט זיינע ביזנעסער, וואס שאפט ערנסטע אינטערעסע קאנפליקטן.

בילד: יוסטיץ דעפט. באאמטע האט רעזיגנירט צוליב טראמפ 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל