וואשינגטאן – א פעדעראלע געריכט האט נעכטן געאורטיילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע קען נישט אפשטופן א סעריע נייע ענווייראמענטאלע רעגולאציעס פון אריינגיין אין קראפט. די ספעציעלע רעגולאציעס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, און ווי נאר טראמפ איז אריינגעקומען, האט ער אונטערגענומען א קאמפיין פטור צו ווערן פון די רעגולאציעס, און טראמפ'ס אדמיניסטראטאר פון דער ענווייראמענטאלער פראטעקשאן אגענטור, סקאט פרואיט (Scott Pruitt), האט ספעציפיש אונטערגעשריבן א פארארדענונג אז רעגולאציעס און צוימונגען אויף מעטעין גאז פארפּעסטיגונג פון אויל און נאטורליכע גאזן, זאלן ווערן אפגעשטופט מיט 90 טעג איידער עס גייט אריין אין קראפט, מיט'ן אויסרייד אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט אליינס געזאגט אז פירמעס פון די אויל און גאז אינדוסטריע וועלן האבן א ווארט אויף די נייע רעגולאציעס בעפאר עס גייט אריין אין קראפט. די ליבעראלע "ענווייראמענט דעפענס פאנד" האט באלד געקלאגט די טראמפ אדמיניסטראציע אין געריכט, און דאס געריכט האט נעכטן געאורטיילט אז קוקנדיג אויפ'ן פראצעדור פון די נייע רעגולאציעס, שטעלט זיך ארויס אז אבאמא האט יא אויסגעהערט פילע אינדוסטריע עקספערטן בעפאר'ן אונטערשרייבן די נייע רעגולאציעס, און דעריבער דארף עס זאפארט אריינגעשטעלט ווערן אין קראפט.

בילד: געריכט אורטיילט קעגן טראמפ איבער פאלושען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל