אהייא – דער סטעיט סופרים קאורט אין אהייא האט נעכטן געאורטיילט אז אן ענערגיע פירמע איז ערלויבט צו פארלאנגען פון אירע קאסטומערס צו באצאלן די 55 מיליאן דאלער וואס עס האט געקאסט פאר דער פירמע אויפצורייניגן צוויי ערטער וועלכע זענען געווען פארפּעסטיגט מיט שעדליכע אפפאל. די רעדע איז פון דער "דיוק ענערדזשי" פירמע וועלכע האט אפערירט צוויי פאבריקן אין דער שטאט סינסינעטי פאר לאנגע יארן, און די ביידע האבן זיך שוין לאנג פארשלאסן – איינס אין 928' און די צווייטע אין 963', אבער די פירמע האט איבערגעלאזט די פאבריקן אין א פארנאכלעסיגטן צושטאנד, איבערלאזנדיג געפארפולע מאטעריאל ליגן אויף דער פריי, וואס מיט די יארן - האבן ענווייראמענטאלע עקספערטן געזאגט - קומען ארויס שעדליכע גאזן און פאלושען פון די צוויי פארשלאסענע פאבריקן. "דיוק" האט שוין באצאלט מער ווי 55 מיליאן דאלער אויף אויפצורייניגן די צוויי פאבריקן, און אין די לעצטע 3 יאר האבן זיי שטילערהייט צוגעלייגט 1 דאלער מיט 67 צענט צו די מאנאטליכע עלעקטעריק בילס פון אהייא איינוואוינער, צו העלפן דעקן דאס וואס ס'האט זיי געקאסט אזויפיל געלט די אויפרייניגונג, און יעצט האט די ארטיגע סטעיט סופרים קאורט געזאגט אז "דיוק" האט רעכט צו בעטן די עקסטערע געלטער פון די קונדן.

בילד: ריכטער גיט רעכט פאר אהייא ענערגיע פירמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל