מישיגען – ציפערן פון די דריי גרעסטע אמעריקאנער אויטא פירמעס צייגן אז דער מאנאט יוני איז געווען א נישט-גוטער מאנאט פאר ער אויטא אינדוסטריע, וועלכע האט געהאט ווייניגער סעילס ווי פאראיאר יוני. קוקנדיג אויפן גאנצן יאר 17' ביז אהער, איז יעדע איינציגע מאנאט געווען שוואכער ווי די מאנאטן אין יאר 16'. דזשענעראל מאטארס האט באריכטעט א 5 פראצענט רעדוקציע אין סעילס אין יוני אין פארגלייך צו פאראיאר, און פארד האט אויך באריכטעט א 5 פראצענט פארלוסט, און פיאט קרייסלער האט גאר געליטן א 7 פראצענט פארלוסט. צווישן די גרויסע אויטא פירמעס איז טאיאטע, די יאפאנעזער פירמע, געווען די איינציגסטע וועלכע האט באריכטעט אז היי יאר יוני האבן זיי אייגנטליך פארדינט מיט 2 פראצענט מער פון אמעריקאנער סעילס ווי פאראיאר יוני. טשארלי טשעסבראו, אן אויטא אינדוסטריע עקספערט, זאגט אז א הויפט סיבה פארוואס קאר פארקויפונגען זענען געפאלן היי יאר דערווייל, איז צוליב וואס קארס קאסטן טייערער ווייל קאסטומערס זוכן מער טייערע מאדעלן און ווילן פארשידענע לוקסוס אפציעס.

בילד: אמעריקאנער אויטא פירמעס ליידן פארלוסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל