ניו יארק סיטי – אין דער צייט וואס די עם-טי-עי טראנספארטאציע אגענטור אין ניו יארק סיטי ווערט געפלאגט פון נאכאנאנדע שווערע פראבלעמען מיט באנען וועלכע פארן אראפ פון די שינעס און באנען וועלכע שפעטיגן געפערליך, האט מען נעכטן געהערט אז אויך די וועבסייט פון די עם-טי-עי ליידט מאלפונקציעס און איז נעכטן געווען אויסגעשאלטערט פאר לאנגע שטונדן איבער'ן טאג, און מענטשן וועלכע האבן געוואלט האבן וויכטיגע אינפארמאציע, א שטייגער ווי באן און באס סקעדזשועלס, האבן נישט געקענט צוקומען דערצו. די עם-טי-עי איז אצינד אפיציעל אין א "סטעיט אוו עמורדזשענסי" סטאטוס, וואס ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט דערקלערט צוליב וואס די פארעלטערטע און אפגעשוואכטע באן און שינעס אינפראסטרוקטור ברענגט טעגליכע שווערע פארשפעטיגונגען. פרוסטורירטע פאסאזשירן, וועלכע זענען נעכטן געשטאנען און געווארט אויף די טעגליך-פארשלעפטע באנען, האבן נישט געקענט טאן עפעס אנדערש ווי זיך וויצלען מיט ביטערניש איבער דער איראניע, אז די עם-טי-עי איז אזוי צעבראכן אז אפילו זייער וועבזייטל פונקציאנירט נישט.

בילד: עם-טי-עי ליידט פראבלעמען אויך אויף איר וועבסייט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל