ניו דזשערסי – פון א סקאנדאל איבער פארשליסן א בריק צוליב פאליטישע חשבונות, צו א סקאנדאל איבער פארברענגען ביי א ביעטש וועלכע איז פארשלאסן פאר'ן פובליק... דער אומפאפולערער ניו דזשערסי גאווערנאר, קריס קריסטי, האט זיך נעכטן געטראפן אין צענטער פון א סקאנדאל איבער'ן פאקט אז ער האט פארברענגט מיט זיין פאמיליע און פריינט ביי איינס פון די שיינע וואסער בארטנס אין ניו דזשערסי, אין דער צייט וואס כמעט אלע אנדערע וואסער בארטנס אין דער סטעיט זענען געווען פארשלאסן פאר'ן פובליק צוליב דעם אנגייענדיגן שאטדאון. קריסטי האט אריגינעל פרובירט צו לייקענען, זאגנדיג אז ער האט נישט "באקומען קיין שום זון" זונטאג, און דאן האט דער "סטאר לעדזשער" ניו דזשערסי צייטונג פובליצירט בילדער, וואס זייערס א רעפארטער האט אפגעכאפט ספעציעל מיט א העליקאפטער פון דער הייך, וואו מ'זעט קריסטי'ן קלאר זיצן ביים וואסער און זיך באקן אונטער דער זון. קריסטי'ס ווארטזאגער האט עס פארענטפערט, אז דער גאווערנאר האט אנגעהאט א היטל, וואס דעריבער האט ער נישט באקומען קיין זון אויפ'ן געזיכט...

גייענדיג צום דרוק הערט מען אז קריסטי האט געשלאסן אן אפמאך מיט די דעמאקראטן צו ברענגען אן ענדע צום שאטדאון.

בילד: קריסטי פארוויקלט אין "ביעטש-געיט" 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל