שווייץ – גאר גרויסע האפענונג פאר הארץ-אטאקע געליטענע איז אויסגעדרוקט געווארן אין די לעצטע טעג, נאכ'ן הערן אז א גרויסע אינטערנאציאנאלע פארמאסוטיקל פירמע האט באוויזן צו ערצייגן א מעדיצין וועלכע פארשפרעכט צו רעדוצירן די ריזיקע פון ליידן פרישע הארץ אטאקעס אדער סטראוקס נאכדעם וואס מען האט שוין איינמאל געליטן אזוינס ל"ע. די רעדע איז פון דער "נאווארטיס" פירמע, וועלכע האט אין אן ארטיקל ארויסגעברענגט אז ביז היינט פירן זיך דאקטוירים צו באהאנדלען הארץ אטאקע געליטענע בלויז דורכ'ן מאניטערן זייערע הויכע קאלעסטעראל און אנהאלטן פליסיגע בלוט, אבער זייער נייע מעדיצין, וועלכע פארקויפט זיך שוין אין עטליכע לענדער, איז אן "אנטי-אינפלעמעטארי", וואס באדייט אז ס'מאכט אז די מוסקלען, רערן און אדערן ארום דאס הארץ זאלן נישט ווערן אינפעקטירט און געשוואלן, וואס טוט דראסטיש רעדוצירן די ריזיקע פון ליידן נאך א הארץ אטאקע.

בילד: נאווארטיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל