ווירדזשיניע – אין די יעצטיגע טעג זענען אין פילע סטעיטס אריין נייע גאר מאדנע געזעצן, וויבאלד א מערהייט אמעריקאנער סטעיטס וועלן אויס דעם אנהייב פונעם מאנאט יוני אלס דער אנהייב פונעם "פיסקעל יאר" פאר זייערע בודזשעטן, און ווי יעדעס יאר, האבן די מאדנע געזעצן נישט פארפעלט אויפצוברענגען א שמייכל. צווישן די פארשידענע נייע געזעצן אין סטעיטס, זענען עטליכע ווי פאלגנד: אין ווירדזשיניע קענען חיות-פאנגער גיין געקליידט פון היינט און ווייטער מיט ראזע-קאלירטע קליידונג אין די וועלדער; אין דער זעלבער סטעיט לויטעט א ניי געזעץ אז געשעפטן מעגן דעליווערן ביר צו פארקירטע אויטאס; איינוואוינער אין סאוט דעקאטע וועלן שוין מעגן מאכן צעפּ מיט די האר אן דעם וואס זיי זאלן דארפן קריגן א ספעציעלע סטעיט לייסענס דערפאר (האט מען ביז יעצט געדארפט דארט האבן לייסענס פאר צעפּ?...); אין אינדיאנא וועט דורכגעפירט ווערן וואלן וואו טיטשערס לענגאויס די סטעיט וועלן שטימען צי מ'זאל ווייטער לערנען מיט די קינדער "קורסיוו", בעסער באקאנט ביים היימישן עולם אלס "סקריפּט".
הוסף רשומת תגובה