פון רעכטס צו לינקס: הרה"ג רבי ישראל בער שטיין שליט"א – רב ודומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך ד'סאטמאר (ווייט עוועניו); הרה"ג רבי בן ציון שעפיער שליט"א – מגדולי המגידים והמשפיעים; הרה"ג רבי משה רוטברג שליט"א – אבדק"ק בית תפלה, טאמס ריווער, לעיקוואוד ניו דזשערסי; הרה"ג רבי דניאל העקסטר שליט"א – ר"ם ישיבת כוכב יצחק ד'באלטימאר; הרה"ג רבי אפרים שעהר שליט"א – נשיא ישיבה גדולה "זכרון משה" ד'סאוט פאלסבורג
פון רעכטס צו לינקס: הרה"ג רבי ישראל בער שטיין שליט"א – רב ודומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך ד'סאטמאר (ווייט עוועניו); הרה"ג רבי בן ציון שעפיער שליט"א – מגדולי המגידים והמשפיעים; הרה"ג רבי משה רוטברג שליט"א – אבדק"ק בית תפלה, טאמס ריווער, לעיקוואוד ניו דזשערסי; הרה"ג רבי דניאל העקסטר שליט"א – ר"ם ישיבת כוכב יצחק ד'באלטימאר; הרה"ג רבי אפרים שעהר שליט"א – נשיא ישיבה גדולה "זכרון משה" ד'סאוט פאלסבורג

שאלה:

איינמאל דער באשעפער האט באשטימט אז א קינד זאל נישט זיין א געזונט קינד, פארשטייען מיר עס און נעמען עס אן באהבה. וואו קומט דא אריין תפילה? פארוואס זאל מען מתפלל זיין צו טוישן דער רצון השם?

הרב בן ציון שעפיער:

תפילה בכלל, דארף מען נאר דאווענען פאר זאכן וועלכע קענען ווערן געטוישט. מען טאר נישט דאווענען פאר זאכן וועלכע קענען נישט ווערן געטוישט על פי דרך הטבע.

צום ביישפיל, אויב א קינד שפירט זיך נישט גוט, און על פי דרך הטבע איז פארהאן א מעגליכקייט ער זאל ווערן אויסגעהיילט, דארף מען אודאי מתפלל זיין פאר זיין רפואה.

אויב איז עס אבער א מצב וואס על פי דרך הטבע איז אוממעגליך עס צו טוישן, נאר דורך א נס אנדערש ווי דער געווענליכער שטייגער פון די בריאה, טאר מען נישט דאווענען אויף דעם, און דאס ווערט אנגערופן אין חז"ל א 'תפילת שוא'.

חז"ל דערציילן אונז אז א מענטש איז מחוייב צו טון השתדלות פאר יעדע זאך אין לעבן. תפילה איז בגדר השתדלות.

דעריבער, צום ביישפיל, אויב א קינד שפירט זיך נישט גוט און מען נעמט אים נישט צום דאקטאר, ווערט מען גערעכנט אלס 'פושע' – דו האסט נישט געטון די נארמאלע השתדלות וואס דו ביזט מחויב צו טון.

תפילה גייט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע פון השתדלות – ממילא ווען א קינד שפירט זיך נישט גוט און ער דארף הילף, פיזיש, אקאדעמיש אדער פסיכאלאגיש, וויל דער אייבערשטער מען זאל דאווענען צו אים – און דאס איז אין די קאטעגאריע פון השתדלות, ווי יעדע אנדערע השתדלות וואס מען טוט.

הרב ישראל בער שטיין:

בילד: הרב ישראל בער שטיין
אויב איך מעג וויל איך זאגן אביסל אנדערש. ווי עס שטייט אין חסיד'ישע ספרים און אין פריערדיגע ספרי קודש, וויל דער אייבערשטער עס זאל זיין א גזירה, און ער וויל אז דורך תפילה זאל מען עס מבטל זיין. דאס טוישן די גזירה, דורך תפילה, דאס איז א חלק פון די רצון ה'.

ווי דערמאנט ביי שלוש סעודות האב איך געפרעגט ביי גדולי ישראל אסאך שאלות אין די ענינים און ב"ה באקומען קלארע תשובות.

איינס פון די שאלות איז טאקע דאס געווען: וואס איז די צורת התפילה וואס מען איז מתפלל פאר אזא קינד? א קינד וואס איז געבוירן מיט 'דאון סינדראם' צום ביישפיל, וואס בדרך הטבע קען זיך דאס קיינמאל נישט טוישן, מען האט נאכנישט געזען אין די עולם הטבע אז איינער מיט אזא דיאגנאזע זאל ווערן כאחד האדם, מעג מען דאווענען דאס קינד זאל יא ווערן וואס מען רופט אן א נארמאלע מענטש?

דער קלארער ענטפער וואס איך האב געהערט פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי דן סג"ל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, אלע האבן געענטפערט, אז אודאי און אוודאי זאל מען יא מתפלל זיין אז דאס קינד זאל זיין כאחד האדם ממש.

יעדער פון זיי האט עס ארויסגעברענגט אויף אן אנדערע וועג.

פשעווארסקער רבי האט געזאגט, אז פאר עס איז געווען אנטיביאטיק און איינער האט באקומען א 'סטרעפ', האט מען דען נישט געמעגט דאווענען אז ער זאל ווערן געזונט? איז עס דען געווען א תפילת שוא?

כאטש וואס בימים ההם, פאר די צייטן פון אנטיביאטיק, האט דער מצב אויסגעזען ווי פארלוירן און עס איז גארנישט דא וואס צו טון, יעדער וואס האט געהאט סטרעפ איז געגאנגען פון דער וועלט, נאכאלץ האבן אידן מתפלל געווען. נאך מער, דאס וואס ס'איז באשאפן געווארן א נייע רפואה, "אנטיביאטיק", דאס איז טאקע נאר געקומען דורך אידישע תפילות!

אידן האבן געדאוונט אין יענע יארן ווען מען האט נישט געזען קיין שום רפואה, און פון זייערע תפילות האבן מיר באקומען א רפואה ווי אנטיביאטיק.

מילא דאס זעלבע דא, עס איז זיכער מעגליך עס זאל ארויסקומען א רפואה פאר דעם אויך, אלעס קען האבן א רפואה, עס דארף נאר אנטפלעקט ווערן. מען ווארט אויף אידישע תפילות אז די רפואה דערצו זאל אנטפלעקט ווערן! אזוי האט דער פשעווארסקער רבי געזאגט.

רבי יעקב מאיר האט אויך געזאגט אז עס איז א פשוט'ע זאך אז מען איז מתפלל אפילו אויף דעם, זאגנדיג, 'עס איז נישטא קיין זאך וואס מען קען נישט מתפלל זיין!'

ער האט ארויסגעברענגט א געדאנק, אז ווען משיח וועט קומען וועלן דאך אלע אויסגעהיילט ווערן (פסחים סח.). אידן זענען יעדן טאג מתפלל פאר די גאולה  און דעמאלטס וועט געשען אזא זאך, עס איז זיכער אז עס וועט דעמאלטס געשען, אלע וועלן ווערן כאחד האדם. מעג מען דאך שוין יעצט אויך דאווענען אויף דעם.

דער משגיח רבי דן האט געזאגט, אודאי מעג מען דאווענען אויף דעם! מיר זאגן דאך יעדן טאג ביים דאווענען "בורא רפואות", אז דער אייבערשטער 'באשאפט' פרישע רפואות! מיר זאגן נישט אז דער באשעפער איז א רופא, אז ער היילט ווי א דאקטאר, מיט רפואות וואס זענען שוין דא, נאר אז ער באשאפט כסדר נייע רפואות!

איך האב אים איבערגעפרעגט, הייסט דאס אז מען מעג מתפלל זיין אפילו אויף א קינד מיט 'דאון סינדראם' אדער אויטיזם ער זאל ווערן ווי יעדע געזונט קינד? האט מיר געענטפערט אודאי אז יא! מען מעג מתפלל זיין עס זאל ווערן כאחד האדם ממש!

איינער פון די עלטערן:

נאך א וויכטיגע נקודה, יעדעס קינד, נישט קיין חילוק וואו ער שטייט, קען ער אסאך בעסער ווערן! זיין מצב קען זיך אייביג פארבעסערן. מען זעט קלאר ווי תפילה העלפט!

שאלה:

וויפיל דארף איך זיך זארגן פאר מיין ספעציעל קינד, ווען ער אליינס טוט נישט וואס ער דארף טון? און וויאזוי קען מען משפיע זיין ער זאל יא טון וואס ער דארף אליינס טון?

הרב משה רוטברג:

בילד: הרב משה רוטברג
איך וויל בארירן א טעמע וואס איז נוגע בכלל ווען עס קומט צו דיסיציפלינירן קינדער. מיר דארפן זיך אסאך מאל פרעגן, מיין איך דאס קינד אדער מיין איך זיך? אפשר איז דאס קינד פשוט א קינד און איך בין פשוט אומבאקוועם, נו, וואס איז ער שולדיג?

מ'האט פריער געשמועסט וועגן דאווענען פאר'ן עמוד (ביים קידוש), איך דאוון אויך פאר'ן עמוד ראש השנה און יום כיפור, איך בין אויך איינער פון די חברה...

דאס ערשטע יאר וואס כ'האב געדאוונט, האט מיין זון, דאן פינף יאר אלט, זיך אראפגעזעצט נעבן מיר. נו, שטעלט אייך פאר. כ'שטיי פאר'ן ברעטל און איך לייג אראפ אן "ונתנה תוקף", און פלוצים הער איך ווי ער צע'חזנ'ט זיך מיט מיר, ער זינגט מיט די גאנצע מעשה, אבער אויף א קוויטשנדע מאדנע טאן...

כ'האב אנגעהויבן זיך שפירן אומבאקוועם. ס'איז דאך א חורבן! ער זינגט 'אף טאן'... כ'האב אנגעהויבן טראכטן אויב כ'זאל אים הייסן זיין שטיל, ער פארשעמט מיך... און כ'האב זיך געכאפט, וויפיל פינף יעריגע קינדער קענען בכלל דעם 'ונתנה תוקף'? זיצט ער שיין אין שול, קען די הייליגע ווערטער, קען דעם נוסח, קען דעם ניגון, נאר ער זינגט נישט אויפ'ן ריכטיגן טאן. וואס האט ער געזאגט? איך מעג זיך שעמען...

וויפיל מאל טוען מיר 'דיסיציפלינירן' קינדער, כלומר'שט וויבאלד מיר זארגן זיך פאר זיי, ווען באמת איז עס אונז אליינס וועלכע דארפן זיך 'דיסיציפלינירן' מקבל צו זיין און ווערן באקוועם מיט די מציאות!?

דאס ערשטע דארף מען וויסן וואס איז זיין מעגליכקייט. וויפיל קען ער נאטורליך אליינס פארשטיין וואס צו טון. אפשר ערווארט איך צופיל פון דאס קינד?

צווייטנס, אסאך מאל ווען מענטשן זענען שכל'דיג באגרעניצט, דעמאלטס אפילו ווען 'שכל'דיג' פארשטייט מען אליינס אז מען דארף אזוי טון, פארשטייט ער אבער נישט אזוי אליינס. זיין שכל איז נישט גענוג ער זאל עס אליינס פארשטיין. ער האט נישט קיין אנונג וואס מען וויל פון אים, וויבאלד ער פארשטייט נישט וואס מיר פארשטייען.

רוב מאל, פשוט ווייזן נאכאמאל און נאכאמאל אויף א פאזיטיווען אופן וויאזוי מיר טוען עס, ארבעט הונדערט מאל בעסער.

מיר ווייזן זיי פשוט איינמאל און נאכאמאל, זאגנדיג מיט א שמייכל, טו וואס איך טו – נישט טו וואס איך זאג... מיר ווייזן זיי ווען דו טוסט אזוי באקומסטו חיזוק, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ער געוואוינט זיך צו דאס צו טון. און אקוראט דאס זעלבע איז ביי אלע קינדער!

וויפיל מאמעס האבן געשריגן אויף זייערע קינדער (טאטעס שרייען קיינמאל נישט...) 'כ'האב דיר שוין געזאגט טויזנט מאל! דו הערסט קיינמאל נישט וואס איך רעד צו דיר!'

איך פארשטיי עס נישט. אויב האסט געזאגט א טויזנט מאל, פארוואס זאגסטו עס איבער טויזנט אין איין מאל? וואס מאכסטו זיך נאריש? האסט שוין געזאגט טויזנט מאל, זאגסט דאך אליינס אז ער הערט נישט, נו, אז ער הערט נישט, פארוואס זאגסטו עס נאכאמאל? דער תירוץ איז, מיר זענען אלע אביסל נישט נארמאל און מיר טוען דעם זעלבן שטות נאכאמאל און נאכאמאל.

אלבערט איינשטיין האט געזאגט, וואס מיינט א משוגע'נער, איינער וואס טוט איבער די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל, און ערווארט אנדערע רעזולטאטן. אויב דו באקומסט די זעלבע רעזולטאטן, טו עס נישט נאכאמאל!

אסאך מאל דארפן 'מיר' פשוט טוישן מהלך, אנשטאט רעדן, זאל מען עס פאזיטיוו מחזק זיין צו טון און עס טון מיט אים – יעדעס קינד און יעדע פאל איז אנדערש, און אן אנדערע מהלך קען זיין אסאך מער עפעקטיוו.

שאלה:

אויב איין קינד אין משפחה דארף מערערע טעראפי און דאקטאר אפוינטעמענטס, און דאס גייט שטארק אויפ'ן חשבון פון די אנדערע קינדער. זאל מען דערציילן פאר זייערע מלמדים און טיטשערס אז דאס קינד גייט יעצט אדורך א שווערערע צייט אין שטוב, אדער נישט דערציילן?

הרב אפרים שעהר:

לויט מיין באשיידענע מיינונג, און איך באטאן, עניות דעתי הקלושה, איז דער ענטפער דא זייער קלאר.

מיר זענען אלע קינדער מיט ספעציעלע געברויכן! מיר האבן אלע באדערפענישן, געוויסע מער און אנדערע ווייניגער, אבער יעדער האט געברויכן. אבער סיי וואס מען קען טון צו העלפן די אייגענע קינדער, יעדע סארט הילף וואס קען זיי שענקען צו פארגרינגערן זייער לעבן, איז מען לענ"ד מחויב צו טון. עס איז לכאורה א חיוב צו דערציילן פאר די ריכטיגע פארשטענדליכע מענטשן, זאל עס זיין א מלמד, מנהל אדער טיטשער, און זען יעדעס קינד זאל באקומען די הילף וואס ער דארף.

שאלה:

וויאזוי דארף איך אנקוקן א נישט געזונט קינד, ווי אן עונש אדער ווי א נסיון? איך קען נישט אויפהערן טראכטן אז עס איז אונז א שטראף פון הימל.

הרב ישראל בער שטיין:

ווי מיר האבן געשמועסט ביי שלש סעודות, האב איך די שאלה געפרעגט פון ערליכע אידן.

דער ענטפער איז קלאר, עס איז א נסיון.

די ראי' דערצו איז פשוט. עס איז נישט מעגליך אז דאס זאל זיין אן עונש, וויבאלד עס איז נישט פארהאן אן עבירה אדער א פגם וואס מען קען נישט מתקן זיין. אויב וועלן מיר זאגן עס איז אן עונש, דעמאלטס ווען דער איד האט עס דערהערט און תשובה געטון, און אצינד דארף ער דאך מער נישט דעם עונש, וואס וועט יעצט געשען? דאס קינד וועט זיך נישט טוישן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, און אזא זאך קען נישט זיין קיין עונש.

א זאך וואס די מציאות איז אז עס בלייבט אזוי, קען נישט זיין קיין עונש. דאס איז פשוט און קלאר, מיט גאר אסאך אפענע באווייזן אין תורה, נביאים און כתובים. מיר האבן נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין אין דעם, אבער דער ענטפער איז פשוט און קלאר.

איך געדענק אז ווען כ'האב געפרעגט די שאלה פון רבי יעקב מאיר, האט ער מיר צוריקגעפרעגט, למאי נפקא מינה, למאי נפקא מינה, למאי נפקא מינה? אויב דו דארפסט תשובה טון, דארפסטו דאך סיי ווי תשובה טון. א איד דארף דאך סייווי תשובה טון...

א נסיון איז דאס זיכער, די שאלה איז נאר אויב עס איז אויך אן עונש, וואס איז דיר א חילוק אויב דאס איז אן עונש? אויב ווייסטו אז דו האסט עפעס אויף וואס תשובה צו טון, טו תשובה.

די ריכטיגע שאלה וואס א איד דארף זיך פרעגן, איז וואס איז יעצט מיין תפקיד. דער עיקר פון א איד איז צו זוכן וואס זיין עבודה איז, וואס האט ער צו טון אין יעדן ספעציפישן מצב. דאס איז דער עיקר. און וואס איז א חילוק אויב עס איז אן עונש?

דער משגיח רבי דן האט געענטפערט, אוודאי איז עס א נסיון, אודאי איז עס א נסיון. ער האט געברענגט אויף דעם אסאך ראיות עס איז געווען א לענגערע שמועס, אבער דער תמצית איז אז עס איז קלאר אז אזא קינד איז א נסיון פון הימל. אויף דעם האט מען דאך גערעדט ביי שלש סעודות באריכות, וויאזוי מען קוקט אויף א נסיון.

עס זענען פארהאן עלטערן וועלכע זאגן אז זיי קענען זיך נישט העלפן, זיי האלטן אין איין טראכטן עס איז אן עונש. האט רבי דן צוגעלייגט, שטעל זיך פאר ווען עס וואלט יא געווען אן עונש, דאן כאפ עס מיט ביידע הענט! ווער האט עס דיר געגעבן? אה! דער רבונו של עולם אליינס! פארוואס געבט ער אן עונש? ווייל דער מענטש דארף א תיקון, ער דארף א זיכוך, נו, האט מען באקומען און אלעס ווערט מתוקן.

ער האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן הגה"צ רבי חאצקל לעווינשטיין זצוק"ל, וועלכער האט געזאגט אז ווען ער וועט ארויפקומען צום בית דין של מעלה און מען וועט אים שיקן אין גיהנום, וועט ער לויפן! אויב דאס פעלט אויס אים מזכך צו זיין, און דאס וועט אים מאכן נענטער צום אייבערשטן, קען דאך נישט זיין בעסער ווי דעם...

אבער דאס איז נאר צו בארואיגן די וועלכע ווילן זיך האלטן ביי דעם. דאס איז אבער קלאר נישט דער אמת. נישט געזונטע קינדער האט נישט מיט קיין עונשים. מען זעט אסאך מאל עס טרעפט זיך ביי צדיקים פראבלעמען מיט קינדער, אברהם אבינו האט געהאט א ישמעאל, איז עס געווען אן עונש? אן עונש אויף וואס? ח''ו אזוי צו זאגן.

(איינער פון די משתתפים: יעדע עונש וואס אברהם אבינו האט באקומען שטייט קלאר אין די תורה אויף וואס דאס איז, כאטש מיר האבן אין דעם אויך נישט קיין השגה. ווייל ער האט געזאגט 'במה אדע', איז געקומען גלות, אא"וו. אין ערגעץ שטייט נישט פארוואס ער האט באקומען דעם עונש צו ליידן פון די קינדער.)

הרב ישראל בער שטיין:

דאס זענען זאכן כבשונו של עולם (די סודות פון די וועלט – לשון הגמרא חגיגה יג ע"א). עס איז פארהאן אן אריכות אויף דעם אין ספה"ק 'זרע קודש', פרשת בא, דער הייליגער בעל התניא שרייבט גאר שטארקע און טיפע ענינים אויף די נשמות, אין 'סידור הרב', סוף שער המקוה. אינמיטן שרייבט ער דארט מורא'דיגע דיבורים אז "עס דארף זיין אויף די וועלט נשמות וואס האבן בכלל נישט קיין דעת, און זיי טוען אויף תיקונים פאר די וועלט, מער ווי אלע אנדערע נשמות וועלכע האבן יא דעת!"

דאס זענען הויכע ענינים אין וואס מיר פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה. מיר ווייסן נאר אז די מציאות איז אז דער הייליגער באשעפער ווייסט אז עס דארף זיין אזעלכע קינדערלעך אויף דער וועלט. דאס האט נישט דאס מינדעסטע שייכות מיט עונשים. עס איז צו ברענגען די וועלט צום תיקון השלם, ענינים וועלכע האבן מיט אונזערע מוחות נישט קיין שייכות.

הרב אברהם מרדכי מלאך:

בילד: הרב אברהם מרדכי מלאך
עס דערמאנט מיר גראדע וואס מיין טאטע ז"ל האט מיר אמאל דערציילט, א נאווהארדוק'ע מעשה. געווען איז עס איין יאר אינמיטן עשרת ימי תשובה, איז געשטאנען א ריכטיגער נאווהארדוקער תלמיד ביים עמוד, און געשריגן הויך מיט יאמערליכע תנועות, "אבינו מלכנו, קרעעעעעע רועעעעע גזר דיננו!!"

איז צוגעקומען צום אים דער אלטער פון נאווהארדוק און געזאגט, 'אנטשולדיג יונגערמאן, גזירתך קשה משל פרעה... דער אייבערשטער איז נישט קיין שלעכטער. דו ביז אליינס גוזר אויף זיך אסאך מער ווי וואס מען האט דיר אנגעשריבן אויבן..'

דאס מיינט אז א מענטש לייגט זיך צומאל אריין אין חשבונות און הייבט אן טראכטן שטותים, ווי למשל ער פארשטייט דעם אייבערשטנס חשבונות. אין איין ווארט איז עס ווי מיר האבן נאכגעזאגט ביי די סעודת שבת קודש דעם פייערדיגן ווארט בשם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, דער אייבערשטער איז אונזער פאטער! איינס פון די הלכות פון כיבוד אב איז "לא ישב במקומו" – מ'טאר זיך נישט זעצן אויפ'ן טאטנס פלאץ... זעצט אייך נישט אויפ'ן רבונו של עולמ'ס בענקל.

הרב דניאל העקסטר:

איך געדענק מיט יארן צוריק, קורץ נאך מיין זון איז געבוירן געווארן, האב איך געהאט א געוויסע געפיל, און אסאך פון אייך קענען שפירן דאס זעלבע און עס איז מן הסתם נארמאל, ווען מען שפירט זיך געקלאפט, יא, מ'האט געכאפט א פאטש. איך בין דעמאלטס געגאנגען דאס אדורכשמועסן מיט איינעם פון מיינע רבי'ס, וועלכער פארמאגט אליינס א קינד וועלכער איז געבוירן בלינד.

ער האט מיר זייער קלאר געזאגט וואס דער באלטימאר'ער ראש ישיבה האט אים געזאגט ווען זיין בלינדער זון איז געבוירן געווארן, אז ער בעט אים ער זאל אים מוחל זיין, וויבאלד ער איז אליינס קיינמאל נישט געווען אין דעם מצב, "מילא זיי מיר מוחל וואס 'איך' דערוואג זיך 'דיר' צו זאגן, אבער לאמיר דיר זאגן קלאר, דער רבונו של עולם געבט נישט קיין קינדער אלס עונשים. נישט דאס איז דער וועג וויאזוי דער רבש"ע געבט זיינע עונשים."


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל