פעדעראַלע אַגענטן האָבן היינט אָפּגענומען אַ 35 יעריגער פּאַרשוין פון אַ קאָנסטראָקשען סייט אין קווינס ווען ער איז אַוועקגעפאָרן פון דאָרט אין אַ קאַר. זיי האָבן אים אַריינגעבאַקסט און אים אָפּגענומען. עס איז אַנטשטאַנען אַ געלויף וואָס האָבן געשטערט די אַרעסט. זיי האָבן גערופן די לאָקאַלע פּאָליציי זיי צו העלפן האַלטן דעם ברויזענדען המון אין די ראַמען, צו וואס זיי האָבן זיך צוגעשטעלט.

די מעשה מיט דעם יעניגען איז אַז ער איז שוין 5 יאָר צוריק דעפּאָרטירט געוואָרן פון לאַנד פאַר פאַרברעכעריי וואָס ער איז דאַן באַגאַנגען, און ער האָט זיך צוריק אַריינגעשלייכט אומלעגאַל. ער איז אַרעסטירט געוואָרן אום אַפּריל פאַר אַ פאַרברעך, און אין מאַי פאַר ווידער באַגיין אַ פאַרברעך. היינט האָט ער געברויכט ערשיינען אין געריכט נאָכדעם וואָס ער האָט גע'טענה'ט אַז ביי איינע פון די אָנגעבליכען פאַרברעכן איז ער זאָגאַר געווען אין פלאָרידע. אויפן וועג צום געריכט האָבן די אַגענטן מיט אַן אַרעסט וואָרענט אים געטראָפן און האָבן אים אַרויסגעצווינגען פון די קאַר וואָס ער האט געפירט און אים אַרעסטירט.

די אַגענטן האָבן אים אָפּגעטראגען צום מאַנהעטען פעדעראַלע תפיסה פאַר פּראָצעסירונג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל