דער איראקער מיליטער האט געמאכט שטארקע פארשריט אין די לעצטע פאר טעג, און - ווי דער גענעראל האט פארשפראכן מיט עטליכע טעג צוריק - האלט מען יעצט שוין אין די גאר לעצטע פאזע פון באפרייען די שטאט, היינט האט די מיליטער איבערגענומען קאנטראל פונעם לעצט פארבליבענעם פעסטונג פון אייסיס, די אור אלטע מעטשעט אין צענטער פון אלט-שטאט מאסול, א מעטשעט אין וועלכע אייסיס האט דערקלערט זייער כאליפאט מיט דריי יאר צוריק, און פון וועלכע זיי האבן אפערירט די לעצטע מאנאטן.
אייסיס האט אויפגעריסן דעם מעטשעט מיט עטליכע טעג צוריק וועלנדיג צוריקהאלטן די איראקער קרעפטן פון עס איבערנעמען גאנצערהייט, היינט האבן די איראקער קרעפטן איבערגענומען קאנטראל אויף דעם מעטעשעט, און דערמיט איז כמעט געענדיגט די מיסיע פון באפרייען מאסול, עס פאדערט זיך נאך צו אויסליידיגן א געדעכטע שטח אינעם אלט שטאט פון ארום א דריטל מייל וועלכע איז נאך פארפעסטיגט מיט טעראריסטן. די מעטשעט איז איינע פון די סימבאלן פון די שטאט און טראגט א גרויסע געוויכט.

הוסף רשומת תגובה