צוויי טאג נאכדעם וואס אמעריקע האט ארויסגעשיקט א ווארנונג צו סיריע איבער א בעפארשטייענדע כעמישע טוען די ארטיגע מידיע באריכטן איבער א פארשטערקערטע אמעריקאנער אנוועזנהייט, אריינגערעכנט פולע פאטראל פליגער וועלכע באוואכן די גרעניצן און זאמלען אינפארמאציע, און דער גרעסטער אמעריקאנער עירקרעפט קעריער דער ׳דשארדש וו. בוש׳ געפונען זיך אויפ׳ן וועג צו די ברעגעס פון סיריע, די עיר-קרעפט קעריער פארמאגט א מאנשאפט פון ארום 5,000 זעלנער און פארמאגט ארום 90 פליגערס אויף אירע דעקעס. אין די זעלבע צייט האט דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשים מעטיס געזאגט ביי א סאמיט פון נאט״א מיטגלידער אז ווי עס שיינט האט די רעזשים אין סיריע גענומען ערנסט די אמעריקאנער ווארנונג און אפגערופן די געפלאנטע כעמישע אטאקע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה