די פענטאגאן האט פארעפנטליכט א אינערליכע שפיאנאזש אפשאצונג אין וועלכע די שפיץ אנאליסטן און עקספערטן אינערהאלב די רעגירונג טוען אפשאצן די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד, די אונטערשטע שורה פונעם אפהאנדלונג איז אז אין רוסלאנד און ספעציעלע אינעם קרעמעלין איז מען איבערצייגט אז אמעריקע זוכט צו אונטערגראבן די רוסישע רעגירונג און וויל זעהן א רעזשים טויש אין מאסקווע, די באריכט זאגט אז אין די קארידארן פונעם קרעמעלין הערשט א איבערצייגונג אז די גאנצע קריזיס צווישן רוסלאנד און אוקראינע איז געווען ארקעסטרירט דורך אמעריקע אלס א פרואוו צו דעסטאביליזירן די צושטאנד אין רוסלאנד און אזוי ארום שעדיגן די רעגירונג פון פוטין.

די באריכט זאגט אז רוסלאנד באטראכט די גלאבאלע קאמפיין פון אמעריקע צו פארשפרייטן דעמאקראטיע אלס א מיטל צו אונטערגראבן רוסלאנד און עווענטועל איבערדרייען די רעזשים. די באריכט וועט זיין דאס ערשטע מאל אין 20 יאר וואס די פענטאגאן טוט אפציעלע ארויסגעבן אזא סארט באריכט, עס אנטהאלט 116 זייטן און טוט דעקן אלע אספעקטן איבער די באציאונגען צווישן די לענדער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל