די דשורי אין א רוסישע געריכט האט געפונען שולדיג א באנדע פון טשעטשניער קרימינאלן אין די מארד פונעם רוסישן אפאזיציע פירער באריס נעמטסאוו, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן אין פעברואר 2015 נעבן דעם קרעמעלין. נעמטסאוו איז געווען אן אויסגעשפראכענער קעגנער פון פוטין און האט פאר׳ן אומגעברענגט ווערן געפירט א קאמפיין קעגן פוטין פאר׳ן זיך אריינמישן אין אוקראיינע, זיין מארד האט געברענגט אויפברויז אין רוסלאנד און די פאליציי האט ארעסטירט א רינג פון קרימינאלן וועלכע האבן לויט די געריכטליכע באווייזן באקומען באצאלט 250ֿ,000$ דאלער פאר׳ן אים צו אומברענגען.

די פאמיליע זאגט אז די גאנצע אויספארשונג איז בלויז א דעק מאנטל פון די ריכטיגע שולדיגע, און צייגט אן אז די פאליציי איז קיינמאל נישט דערגאנגען ווער עס זענען די וועלכע האבן צוגעזאגט דאס געלט פאר די מערדער, און אפילו נישט פרובירט צו דאס אויספארשן, די פאמיליע זאגט אז זיי זענען איבערצייגט אז די מענטשן פון פוטין זענען געשטאנען אונטער דעם.

בילד: רוסלאנד קלאגט אן 5 מערדער אין מארד פון אפאזיציע פירער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל