אין די לעצטע מאנאטן זענען די באציאונגען צווישן דייטשלאנד און טערקיי גאר אנגעשטרענגט, נאכדעם וואס פרעזידענט ארדואן פון טערקיי האט אטאקירט דיישטלאנד צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געלאזט זיינע מיניסטארן קאמפיינען דארט אין בעפארברייטונג צו די ארטיגע רעפערענדום איבער זיין הערשאפט. זינט דאן זענען פארגעקומען נאך עטליכע דיפלאמאטישע אינצידענטן צווישן די צוויי לענדער, אצינד אין בעפארברייטונג צו די דזשי-20 סאמיט וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן אין האמבורג דיישטלאנד מיט די באטייליגונג פון ארדואן, זענען שוין פארגעקומען עטליכע אינצידענט וועלכע שטרייכן אונטער די שווערע באציאונגען.

דאס ערשטע איז געווען ווען דייטשלאנד האט פארבאטן פאר ארדואן צו האלטן א עפנטליכע רעדע אין דיישלאנד צו זיינע טערקישע שטיצער וועלכע זענען דיישטע בירגער, און דאן האט דייטשלאנד קלאר געמאכט פאר ארדואן אז ער זאל איבערלאזן זיינע ״שלעגער״ אינדערהיים, און געבעטן אז די לייבוועכטער וועלכע זענען געווארן אנגעקלאגט אין אמעריקע פאר׳ן שלאגן פראטעסטירער זאלן זיך נישט באטייליגן אין זיין דעלעגאציע און געווארנט אז זיי וועלן נישט אריינגעלאזט ווערן.

בילד: דייטשלאנד פארלאנגט פון ארדואן נישט צו אריינברענגען זיינע לייבוועכטער אין לאנד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל