איסטאנבול – די צוויי לענדער טערקיי און דייטשלאנד האבן נעכטן געשיקט קלארע סיגנאלן אז זייער שטרייט איז ווייט פון פאראיבער. די צוויי לענדער האבן לאנגע יארן געהאט גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען, טראץ קליינע ריסן דא און דארט, אבער די סיטואציע האט אויפגעפלאקערט אין די לעצטע פאר מאנאטן, אלס רעזולטאט פונעם דורכגעפאלענעם פוטש אין טערקיי, וואס די טערקישע רעגירונג באשולדיגט אז דייטשלאנד גיט פאליטישע שוץ פאר טערקישע בירגער וועלכע ווערן געזוכט דורך טערקיי פאר זייער ראלע אינעם אומלעגאלן פוטש. יעצט האט טערקיי בלאקירט א גרופע דייטשע פארלאמענט מיטגלידער פון קריגן צוטריט צום אינסירליק באזע אין טערקיי, וואו עטליכע הונדערט דייטשע זעלנער זענען סטאנציאנירט. דייטשלאנד זאגט אז זי וועט מעגליך ארויסציען אירע טרופן פון טערקיי, און זיי סטאנציאנירן אין ירדן.

Image result for TURKEY GERMANY

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל