וואשינגטאן – אין א היסטארישן שריט, איז דאס קליין לענדל מאנטענעגרא אפיציעל אנגעשלאסן געווארן נעכטן אין דעם גלאבאלן מיליטערישן אליאנץ "נאטא", צום גרויסן אויפברויז פון רוסלאנד. מאנטענעגרא האט ביז נישט לאנג צוריק געדינט אלס א שטארקע פרא-רוסישע אייראפעאישע לאנד, אבער די דארטיגע ווינטן האבן זיך געטוישט און די רעגירונג פרובירט שוין עטליכע יאר זיך אנצושליסן אין נאטא, וועמענ'ס גאנצע עקזיסטענץ איז צו שטעלן א מיליטערישע בלאקאדע צו סיי וועלכע רוסישע אגרעסיעס קעגן אירע קלענערע שכנים. דער אנשלוס אין נאטא איז אפגעצייכנט געווארן ביי א מינימאלע צערעמאניע אין וואשינגטאן, וואו מאנטענעגרא איז אפיציעל געווארן דאס 29'סטע לאנד אינעם אליאנץ. מאסקווע האט רעאגירט מיט גרויס אויפברויז, אז דער שריט פון מאנטענעגרא איז א דירעקטע אטאקע קעגן רוסלאנד'ס אינטערעסן, און האט געסטראשעט מיט נקמה.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל