לאנדאן – בריטישע מידיא באריכטעט אז די צאל איינגעשריבענע חרדישע איינוואוינער אין לאנדאן וועלכע האבן זיך לעצטנס רעגיסטרירט צו קענען אנטיילנעמען אין וואלן, איז שטארק געשטיגן. די פרישע רעגיסטרירטע חרדישע איינוואוינער אין לאנדאן קומט אלס רעזולטאט פון א סוקסעספולן קאמפיין וואס די לאנדאנער אידישע קאמיוניטי קאונסיל האט אנגעפירט, מיט'ן ציל צו ברענגען איינוואוינער צו זיין מער פארמישט אין די לאקאלע פארמעסטן, וויבאלד עס האט א דירעקטע אפעקט אויף די אינטערעסן פון די אידן. לויט פרישע שאצונגען, זענען שוין פארהאן יעצט ארום דריי טויזנט רעגיסטרירטע חרדישע לאנדאנער איינוואוינער צו קענען שטימען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל