בוענאס איירעס – א פרישער באריכט, וואס די רעגירונג אין ארגענטינע גרייט זיך ארויסצוגעבן, וועט צייגן קלאר אז דער אידישער פראקוראר אלבערטא ניסמאן (Alberto Nisman) איז דערמארדעט געווארן. ניסמאן איז געפונען געווארן נישט לעבעדיג אום יאנואר 18, 15', איין טאג בעפאר ער האט זיך געגרייט אויפצודעקן שאקירנדע דעטאלן איבער דער ראלע וואס די ארגענטינער רעגירונג האט געשפילט צו פארדעקן די שולדיגע אינעם באמבארדירונג אויפ'ן אמיא אידישן צענטער אין יאר 994'. די אויטאריטעטן און פאליציי האבן אריגינעל געזאגט אז ניסמאן איז באגאנגען זעלבסטמארד אין זיין אפארטמענט צוליב דעם דרוק וואס די אויספארשונג האט אויף אים געברענגט, אבער דער פרישער באריכט וואס די דזשאנדארמארי, די העכסט ראנגיקע ארגענטינע פאליציי אויטאריטעטן, גייען ארויסגעבן, צייגט קלאר אז ניסמאן איז דערמארדעט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל