קאליפארניע – די רעגירונג פראקורארן אין סאן פראנציסקא האבן געמאלדן אז זיי האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג קעגן די צוויי טעקסי-סערוויס פירמעס "אובער" און "ליפט". סאן פראנציסקא פארמאגט שוין אן אנגייענדיגן קאמף קעגן "אובער" צוליב דעם וואס די סיטי פארלאנגט אז די פירמע זאל ארויסגעבן פאר דער רעגירונג א גענויע ליסטע פון אלע זייערע רעגיסטרירטע דרייווערס און זייערע היים אדרעסן, און באזונדער ווערט "אובער" געפלאגט פון פילע געריכט אנקלאגעס איבער'ן לאנד. די יעצטיגע פרישע אויספארשונג איז קעגן "אובער" און "ליפט" אינאיינעם, וואו די שטאטישע פראקורארן ווילן האבן צוטריט צו די רעקארדס פון אלע דרייווערס און וויאזוי זיי דרייוון, און אויך צי אלע קארס האבן געהעריגע גרינגע צוטריט פאר דיסעיבלד פאסאזשירן. פראקוראר דעניס הערערא זאגט אז די סיטי וויל האבן 4 יאר רעקארדס פון די צוויי פירמעס, וועלכע זענען ביידע באזירט אין סאן פראנציסקא, און פארמאגן קאלעקטיוו 45 טויזנט דרייווערס אין דער סיטי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל