די בריטישע נעיווי האט די וואך צום ערשטן מאל אין איר היסטאריע באנייט א מאסיווע עירקרעפט קעריער, און דערמיט אריין אין די ענגע קלאב פון לענדער וואס פארמאגן אזא סארט איינגטהום, ביי א פרעסע אויפטריט איבער די נייע שיף האט דער ענגלישער פארטיידיגונג סעקערטאר מייקעל פעלאן אויסגעלויבט דעם נייעם שיף און דערביי געטריבן שפאס פון די פארערלטערטע סאוויעטישע עיר קרעפט קעריער וואס רוסלאנד פארמאגט, זאגנדיג אז עס איז אלט און נאכגעלאזט דארף אייביג באגלייט ווערן מיט אנדערע שיפן אין פאל עס צוברעכט זיך אונטערוועגנס. דער רוסישער ״קוזנעסטאוו״ קעריער איז געקומען פריער דאס יאר גאר נאנט צו די ענגלישע ברענגעס אין א עפנטליכע פראוואקאציע דורך רוסלאנד.

דער רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט גענומען גאר שווער די באליידיגונג און איר ווארטזאגט האט צוריקגעווארפן אז די נייע בריטישע שיף איז געבויט גאר שוואך און אומזיכער און עס צייגט אויף א אומפארשטאנד אין די געברויכן פון א עיר קרעפט קעריער, דער ווארטזאגט האט עס באצייכנט ווי ״א גרויסע באקוועמע ציהל אינמיטן ים״ צו באמבאדירן. די שיף וועלכע האט געקאסט 3 ביליאן פונט צו בויען איז געקומען אונטער קריטיק די לעצטע טעג פון די ענגלישע מידיע נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז זי נוצט שוואכע קאמפיוטער טעכנאלאגיע וואס קען זיין אויסגעשטעלט צו סייבער אטאקעס. די שיף קען טראגן 40 פליגערס און ארום טויזנט מאנשאפט מיטגלידער.

בילד: היציגע ווערטער אויסטויש צווישן לאנדאן און מאסקווע איבער עירקרעפט קעריער׳ס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל