די דוישטע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט שוין באוויזן עטליכע מאל אין די לעצטע וואכן צו צייגן איר אומצופרידנהייט פון די אויסערן פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו אנלעגנהייטן ווי קלימאט טויש נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פון די אינטערנאציאנאלע אפמאכן וועלכע זענען אונטערגעשריבן געווארן אין פאריז, אצינד האט די קאנצלערין געמאלדן אז די בעפארשטייענדע דשי-20 סאמיט פון די וועלטס גרעסטע עקאנאמיעס וועלכע וועט פארקומען ענדע מאנאט אין האמבורג וועט זיין הויפזעכליך ארום די אינטערנאציאנאלע באמיאונגען צו באקעמפן קלימאט טויש און באהאנדלען די פארשריט וואס מען האט געמאכט מיט די פאריזער אפמאכן, א זאך וואס באדייט אז אמעריקע - וואס האט טראדיציאנאל א פירנדע ראלע אין די סאמיט - וועט אויטאמאטיש ווערן אויסגעשלאסן, זייענדיג די איינציגע גרויסע לאנד וואס איז נישט א טייל פון די אפמאך.
אלס גאסטגעבערין האט דיישטלאנד די רעכט צו אויסשטעלן די אגענדע פון די געשפרעכן, און די פאקט אז זי האט ארויסגעשטעלט די פאריזער אפמאכן אויף די אגענדע צייגט אז זי וויל דערמיט ענג מאכן פאר פרעזידענט טראמפ, זי האט ביי איר רעדע ווען זי האט געמאלדן דערוועגן נישט באהאלטן אירע מאטיוון און געזאגט אז די דשי-20 סאמיט וועט זיין א צייכן צו די אלע וואס גלייבן אין איזאליאציע און נאציאנאליזם אז די איינציגע וועג איז דורך גלאבאלע קאאפעראציע, און דערמיט געשיקט א דירעקטע מעסעדש צום פרעזידענט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה