אין לעיקוואוד הערשט א גרויסע זארט אין ליכט פון די אנגייענדע אויספארשונגען און ארעסטן. דערווייל זענען שוין 7 פארפעלקער ארעסטירט געווארן, פון חשובע פאמיליע׳ס מסלתה ומשמנה פון די שטאט וועלכע זענען ליידער פארפלאנטערט געווארן אומוויסנדיגערהייט מיט נעמען רעגירונג פראגראמען צו וועלכע זיי זענען נישט געווען בארעכטיגט, אין לעיקוואוד הערשט א זארג אז דאס איז בלויז דער אנהייב און עס קענען נאכפאלגן נאך ארעסטן אזוי ווי דער פראקוראר האט אנגעדייטעט, דערווייל זענען די ארעסטירטע ארויס אויף בעיל אבער עס ווארט זיי אפ א שווערע געריכט מיט הארבע קלאגעס. די ארטיגע אויטאריטעטן האבן געזאגט פאר די פרעסע אז אין די לעצטע טעג האבן זיי באקומען פולע אנאנימע רופן פון ארטיגע איינוואוינער וואס זוכן א וועג וויאזוי צו אראפגיין פון רעירונגעס פראגראמען

אין די טעג זיצן די עסקני ורבני העיר אויף אינטענסיווע זיצונגען צו דיסקוטירן וויאזוי מען קען ארבייטן אינאיינעם מיט די אויטאריטעטן צו פארזיכערן אז די איינוואוינער זאלן קלארער פארשטיין די געזעצן און די הארבקייט פון נישט אריינגעבן די פונטקליכע אינפארמאציע און מען האפט אז די אויטאריטעטן זאלן ארויסווייזן פארשענדעניש און אויפקומען מיט א לעזונג און פארלייכטערן די שטראף פאר די פאמיליעס וועלכע האבן גענומען די פראגראמען מחמת חוסר ידיעה, די ״וועד העיר״ האט ארויסגעגעבן א מעלדונג אז אין די קומענדיגע טעג וועלן זיי אויסנוצן דעם שטורעם צו ארויסגיין מיט א אויפקלערונגס קאמפיין צו ערקלערן פאר׳ן ציבור די שעדליכקייט פון דעם און פרובירן צו פארמיידן אזעלכע פעלער אין די צוקונפט.

בילד: גרויס זארג אין עיר התורה לעיקוואוד איבער פלייץ פון ארעסטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל