מיט ארום א חודש צוריק איז אריין אין טורמע דער לעגענדארער עסקן פון מאה שערים ר׳ יואלישע קרויס אויף אנגעבליכע שטייער פארברעכנס וועלכע איז פארגעקומען אין די שעכט הויז וועלכע ער פירט אין די מאה שערים געגענט, די ארעסט האט געברענגט גרויס ווייטאג ביי פולע גוטע פריינט פון ר׳ יואליש וועלכע קענען אים אלס אן איש חסד און גוטהארציגער מענטש וועלכער האט געפירט די שעכט הויז ווי א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע און צוגעשטעלט ביליגע פלייש פאר די איינוואוינער פון מאה שערים, ספעציעל ברוטאל איז געווען דאס ארעסט נעמנדיג אין באטראכט אז ר׳ יואליש פירט א שטוב פון 16 נפשות בליעה״ר, היינט האט דער פרעזידענט פון מדינת ישראל ראובן ריבלין ארויסגעגעבן א מעלדונג אז נאכ׳ן באטראכטן דעם פאל האט ער געזען פאר ריכטיג צו באפרייען ר׳ יואליש, אין די אפיציעלע מעלדונג שרייבט דער פרעזידענט איבער די שוועריגקייטן פון די קרויס פאמיליע צו אנגיין אן זייער פאטער און שטרייכט אונטער די פאקט אז ר׳ יואליש האט נישט געהאט קיין פערזענליכע פארדינסטן פון די שעכט הויז.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה