די גלאבאלע אפטייקער נעץ ׳וואלגרינס׳ האט זיך ארויסגעצויגן פון א אפמאך אונטער וועלכע זי האט געזאלט אפקויפן די אמעריקאנער אפטייק נעץ ׳רייט-עיד׳ פאר ארום 10 ביליאן דאלער, א אפמאך איבער וועלכע די פירמע האט אנאסירט אקטאבער 2015, זינט דאן איז די געשעפט געווען אונטער איבערזיכט פון די פעדעראלע אגענטורן וועלכע זענען געווען באזארגט אז א פאראייניגונג פון די גרעסטע נעץ מיט די דריט-גרעסטע נעץ קען פארעמען א מאנאפאל וועלכע וועט נישט איבערלאזן קיין פלאץ פאר קלענער פירמעס צו זיין קאנקורענטן. היינט האבן די זייטן געמאלדן אז זיי האבן איבערגעמאכט זייער אפמאך און אנשטאט וואס וואלגרין זאל אפקויפן די נעץ וועלן זיי בלויז איבערנעמען ארום 2,186 לאקאלן פון רייט-עיד פאר די פרייז פון 5.2$ ביליאן דאלער, ׳וואלגרינס׳ וועט אויך דארפן צאלן א שטראף פון $325 מיליאן דאלער פאר ׳רייט-עיד׳ פאר׳ן ברעכן די קאנטראקט.

בילד: וואלגרינס ציהט זיך ארויס פון אפמאך צו אפקויפן רייט-עיד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל