עס האט אויסגעזעהן אז די אלט-פארצייטישע רעקארדס וואס מען האט געשפילט מיט׳ן גראמאפאן איז א טייל פון היסטאריע, נאכדעם וואס עס איז ערזעצט געווארן מיט צענדליגע יארן צוריק דורך קאסעטן, און דאן מיט סי-די׳ס, און היינט אין די דיגיטאלע וועלט ווערט אלעס דאונלאודעד אין א דיגיטאלע פארמאט. אבער די ריזיגע פירמע ״סאני״ וואס איז די גרעסטע דיסטריביוטער פון מוזיק האט געמאלדן אז די פארלאנגט פאר די רעקארדעס האבן געגרייכט א ׳רעקארד׳ הייעך, און זי וועט צוריק אנהייבן פראדוצירן די אלטמאדישע פלאסטישע וויניל רעקארדס, זיי זאגן אז די פארלאנג קומט צוליב די בעסערע קול וואס עס פראדוצירט און אזוי אויך צוליב נאסטאלגיע נאכדעם וואס מענטשן בענקן זיך צוריק צו די אמאליגע קוואליטעט וועלכע איז געווען מער דויערהאפטיג און נישט אזוי האקעל ווי א סי-די, היי יאר אליין איז די מארקעט פון רעקארדס געווען איבער א ביליאן דאלער און איז ערווארטעט צו שטייגן נאכמער.

בילד: פלאסטישע ״רעקארדס״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל