דער רוסישער פרעזידענט האָט שאַרף פאַרדאַמט די נעכטיגע באָמבַאדירונג פון אַמעריקאַנער פליגער קעגן פראָ-אַסאַד מיליציעס, די צווייטע דירעקטע באָמבאַרדירונג אויף אַסאַד'ס קרעפטן זינט טראָמפ איז אַריינגעקומען אין אַמט. עס איז געווען געצילט אויף אַ קאָנוואָי פון סירישע מיליטערישע טרעקלעך וועלכע זענען געפאָרן נעבן דער גרעניץ צווישן סיריע און ירדן. די באָמבאַרדירונג זענען פאָרגעקומען וויבאַלד עס איז געווען אַ זאָרג אַז די סירישע מיליטערישע קאָנוואָי וועט קאָנפראָנטירן אַמעריקאַנער זעלנער וועלכע געפונען זיך דאָרט.

דער רוסישער דעפּיוטי אויסערן מיניסטער גענאַדי גאַטילאָוו (Gennady Gatilov) האָט געזאָגט אַז די באָמבאַדירונג איז אַ געפאַרפולע טעות, און טוט אונטערצינדן די סיטואַציע אין די צייט וואָס מען פרובירט צו טרעפן אַ דיפּלאָמאַטישע לעזונג צו די קאָנפליקט וואָס פּלאָגט שוין דאָס לאַנד איבער 5 יאָר. פאַרשטייט זיך אַז דאָס איז אַ היפּאָקריטישע סטעיטמענט פאַר אַ לאַנד וואָס האָט אַ דירעקטע טייל אין די מאָרד פון צענליגע טויזנטער אומשולדיגע בירגער אין סיריע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל