דמשק – אמעריקאנער רעגירונג באאמטע האבן געזאגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן אונטערגענומען א פרישע באמבארדירונג קעגן דעם מיליטער פונעם אסאד רעזשים אין סיריע, וואס איז די צווייטע דירעקטע באמבארדירונג אויף אסאד'ס קרעפטן זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט. די ערשטע באמבארדירונג איז געווען אויף א סירישער מיליטערישער עירפארס באזע נאך דער טויטליכער כעמישע וואפנס אטאקע אויף אומשולדיגע בירגער, און די צווייטע איז געווען נעכטן אויף א קאנוואאי פון סירישע מיליטערישע טרעקלעך וועלכע זענען געפארן נעבן דער גרעניץ צווישן סיריע און ירדן, און די באמבארדירונג איז פארארדנט געווארן צוליב וואס אמעריקאנער זעלנער זענען סטאנציאנירט אין סיריע טאקע אין יענעם ראיאן נעבן דער ירדנ'ער גרעניץ, און ס'איז געווען א זארג אז די סירישע מיליטערישע קאנוואאי איז געווען אויפ'ן וועג צו קאנפראנטירן די אמעריקאנער זעלנער.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל