מאסקווע – נעכטן איז פארגעקומען די ערשטע רייזע פון א פערי שיף סיסטעם וועלכע וועט פארן רוטינליך צווישן צפון קארעא און רוסלאנד.

די "מאנגיאנגבאנג" שיף וועט פארן איינמאל א וואך פון רוסישן פּארט שטאט וולאדיוואסטאק קיין צפון קארעא, און ס'וועט דינען סיי אלס שיף פאר פאסאזשירן און טוריסטן, און סיי אלס א קארגא שיף צו ליפערן סחורה צווישן די צוויי לענדער. די פערי שיף איז א צייכן פון דערנענטערטע באציאונגען צווישן רוסלאנד און צפון קארעא, אין א צייט ווען די אנגעצויגנקייט צווישן צפון קארעא און די איבריגע וועלט האט דערגרייכט הויכע שטאפלען אין די לעצטערע וואכן צוליב אירע פרישע מיסיל פראבעס. די רוסישע רעגירונג האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זי וועט נאכאנאנד שטיין אויף דער וואך צו פארזיכערן אז די קארגא וואס ווערט געליפערט דורך דער שיף, איז טאקע בלויז עסנווארג און אינדוסטריעלע געצייגן.




Post a Comment

Previous Post Next Post