אפריקע – מער ווי דריי טויזנט ארעסטאנטן זענען אנטלאפן פון דער גרעסטער טורמע אינעם אפריקאנער לענדל קאנגא. די אויטאריטעטן זאגן אז דער אנטלויף האט פאסירט נאכדעם ווי באוואפנטע פארשוינען זענען איבערגעפאלן די "מאקאלא" טורמע און צענדליגער זענען אומגעקומען אין לויף פון דער אטאקע. פאליציי און רעגירונג באאמטע אין קאנגא זאגן אז צווישן די אנטלאפענע איז געווען נע מואנדא נעסעמי, דער פירער פון א מינאריטעט-רעליגיעזע סעקטע, וועלכער איז אן אויסגעשפראכענער אנטי-רעגירונג פיגור און צילט צוריקצושטעלן קאנגא אלס א מלוכה. די פאליציי גלייבט אז נעסעמי'ס שטיצער האבן ארגאניזירט די אטאקע אויף דער טורמע, מיט'ן ציל אים צו געבן א שאנס צו אנטלויפן. דער מאסיווער אנטלויף האט געברענגט א שרעק אין גאנץ קאנגא, וויבאלד די ארעסטאנטן ווערן באטראכט אלס באוואפנט און געפארפול.

קאָנגאָ אויטאריטעטן האבן שוין צוריקגעכאפט 179 ארעסטאנטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל