קיעוו – אידישע איינוואוינער אין אוקראינע האבן אויסגעדרוקט שאק און אויפברויז נאכדעם וואס א הויכראנגיקער גענעראל אינערהאלב די אוקראינער זיכערהייט סערוויס האט געשריבן א לענגערן ארטיקל אין וועלכן ער האט ארויסגעצייגט זיין טיפע שנאה און האס קעגן אידן.

גענעראל וואַסילי וואָפק (Vasily Vovk), וועלכער דינט אויף דעם אוקראינער "זיכערהייט סערוויס רעזערוו" – אן אפטיילונג פון ארטיגן מיליטער – האט געשריבן: "איך בין הונדערט פראצענט אויסגעשפראכן קעגן אידן. איר זענט בכלל נישט קיין אריגינעלע אוקראינער, און איך וועל אייך פארניכטן אינאיינעם מיט ראבינאוויטש", וואס ער האט דערמיט ווארשיינליך געמיינט צו זאגן וואדים ראבינאוויטש, אן אוקראינער אידישער ביזנעסמאן און פאליטיקאנט.

אזא אפענע האס קעגן אידן קומט אין דער זעלבער צייט וואס אוקראינע פארמאגט פאקטיש א איד אלס פרעמיער מיניסטער, ווייל דער פארלאמענט מיטגליד, וולאדימיר גראסמאן, דינט אלס פרעמיער מיניסטער.

וואַסילי וואָפק
וואַסילי וואָפק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל