פוילן – דער מוזעאום אין אוישוויץ, דער געוועזענער קאנצענטראציע טויט-לאגער, האט געזאגט אז זי האט אריינבאקומען א זאמלונג פון דאקומענטן, טראנסקריפטן און פערזענליכע חפצים, פון די יורשים פון א איד וועלכער האט איבערגעלעבט די קריג אדאנק דעם חסיד אומות העולם, אסקאר שינדלער, און ווי דער מוזעאום זאגט, איז עס איינע פון די גרעסטע זאמלונגען אין זייער היסטאריע.

די רעדע איז פונעם איד וולאדיסלאוו ראטה, וועלכער איז געבוירן אין קראקא און האט פארלוירן זיינע עלטערן ביי דער קריג אין אוישוויץ, בעת ער און זיין שוועסטער זענען געשיקט געווארן ארבעטן אינעם פאבריק פון אסקאר שינדלער, וואו זיי האבן איבערגעלעבט די קריג. די זאמלונג אנטהאלט בריוון וואס ראטה'ס עלטערן האבן אים געשיקט פון אוישוויץ, און פארשידענע זעלטענע צייטונגס אויסשניטן און פּאסט קארטלעך פון דער קריגס עפאכע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל