וואשינגטאן – אינדערצייט וואס די דעמאקראטן זענען פארנומען מיט'ן שרייען "אימפיטשמענט" קעגן טראמפ, און א "פאליטיקא" באריכט האט אפילו נעכטן געצייגט אז די קאנסערוואטיווע באוועגונג הייבט שוין אן, שטילערהייט, זיך צוצוגרייטן פאר דער מעגליכקייט פון א "פרעזידענט מייק פּענס", אין פאל טראמפ ווערט טאקע אימפיטשט, האט מען נעכטן געזען פארשידענע צייכנס אז צווישן זיינע הייסע שטיצער האט טראמפ דערווייל נישט פארלירן די מינדעסטע שטיצע, טראץ די פילע סקאנדאלן ארום אים. די "אסאשיעטעד פּרעס" האט פארעפנטליכט עטליכע אינטערוויוען מיט טראמפ שטיצער, וואס צווישן אנדערע זאגט איינער אז ער וועט פארבלייבן שטיצן טראמפ'ן ביז דער לעצטער מינוט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי טראמפ וועט פארלירן זיין שטיצע, וועט זיין אויב ער הייבט אן באמבארדירן אמעריקאנער סיטיס... באזונדער האט דער טראמפ קאמפיין געזאגט אז מיטוואך – א טאג מיט סקאנדאלן פאר טראמפ – האבן זיי אויפגעטריבן 314 טויזנט דאלער, דער סאמע בעסטער פאנדרעיזינג טאג זינט'ן וואל טאג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל