טאלסע – די אויטאריטעטן אין טאלסע, אקלעהאמע האבן נעכטן נאכמיטאג געזאגט אז זיי גרייטן זיך פאר מאסיווע פראטעסטן, וואס די ארטיגע שווארצע איינוואוינער פארשפרעכן דורכצופירן אין די קומענדיגע טעג, צו פראטעסטירן דאס וואס א לאקאלער פאליציי אפיציר איז ריינגעוואשן געווארן פון מארד קלאגעס איבער'ן שיסן און אומברענגען א שווארצן.

דער אינצידענט האט פאסירט פאראיאר סעפטעמבער, ווען דער שווארצער טערענס קראטשער (Terence Crutcher) איז שטעקן געבליבן אויף א שאסיי אין טאלסע, און זיין אויטא האט בלאקירט דעם שאסיי. פאליציי אפיצירקע בעטי שעלבי איז אנגעקומען צו די סצענע און באפוילן קראטשער ארויסצוקומען פונעם קאר, און ווען קראטשער איז ארויסגעקומען פון קאר, האט שעלבי אים געשאסן און אומגעברענגט, כאטש איר לעבן איז נישט געווען אין געפאר, וויבאלד דער דרייווער האט נישט געהאט קיין שום וואפן. טראץ די פאקטן, האט א דזשורי מיטוואך נאכט דערקלערט שעלבי'ן אומשולדיג, און די לאקאלע שווארצע מאסן ברויזן געפערליך.

טערענס קראטשער
טערענס קראטשער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל