וואשינגטאן – סייבער עקספערטן זאגן אז א פרישע מאסיווע סייבער אטאקע איז אונטערוועגנס, נאך דער גלאבאלער סייבער אטאקע וואס האט פאסירט פאריגע וואך. די עקספערטן פון דער "פוטפּרינט" פירמע ווארענען אז די נייע אטאקע וועט נישט זיין א רענסאמוועיר אטאקע, אז אלע פיילס פונעם קאמפיוטער וועלן ווערן אויסגעשפארט, נאר די קאמפיוטערס וועלן ווערן געהיידזשעקט דורך העקערס וואס וועלן נוצן די קאמפיוטערס אויף צו שאפן פרישע ביטקוינס.

'ביטקוינס' איז א ספעציעלע סארט אינטערנעט געלט, וואס מען פארדינט דורכ'ן פראצעסירן קאמפליצירטע נומערן אויפ'ן קאמפיוטער, וואס דאס קען שטארק פארלאנגזאמען דעם קאמפיוטער, און די העקערס קענען זיך אריינכאפן אין מענטשן'ס פריוואטע קאמפיוטערס און זיי מאכן פראצעסירן נייע ביטקוינס און ווערן פארשטאטערט אדער אינגאנצן פאראליזירט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל