וואשינגטאן – באאמטע אינערהאלב דער פעדעראלער טראנספארטאציע זיכערהייט אדמיניסטראציע האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען הונדערט פראצענט גרייט צום פארנומענעם טראוועל סעזאן פונעם בעפארשטייענדן זומער. פאראיאר זומער זענען אזויפיל ווי 224.8 מיליאן אמעריקאנער דורכגעגאנגען לופטפעלדער ביים פארן אויף וואקאציעס און אהיימקומען, וואס דאס האט געפירט צו פאראליזירנדע רייעס ביי די טשעקפוינטס אין די לופטפעלדער און אסאך פארשפעטיגטע און פארפאסטע פלי רייזעס.

די טי-עס-עי זאגט אז היי יאר דערווארט מען 234.1 מיליאן זאלן זיך דורכדרייען אמעריקאנער לופטפעלדער אין לויף פונעם זומער, וואס איז מיט ארום 9 מיליאן מער ווי פאראיאר, אבער זיי האבן זיך געלערנט פון די טעותים פון פאראיאר און האבן אריינגעברענגט מער ווי צוויי טויזנט אגענטן וואס וועלן ספעציעל נאר דינען אין די זומער מאנאטן, צו פארשנעלערן און פארגרינגערן טראוועל.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל