ניו יארק – נעכטן האט זיך אנגעהויבן די הירינגס אינעם פעדעראלן אפעלאט געריכט איבער'ן פארלאנג וואס געוועזענער ניו יארק סטעיט סענאט פירער, דיען סקעלאס (Dean G. Skelos), האט אריינגעגעבן צו באקומען א נייעם פראצעס.

סקעלאס איז מיט עטליכע יאר צוריק ארויסגעווארפן געווארן פון זיין פאזיציע נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיט א סעריע קארופציע קלאגעס, אז ער האט ארויסבאקומען פון ביזנעסער 300 טויזנט דאלער שוחד אין אויסטויש פאר'ן ארבעטן זיי צו געבן רעגירונג קאנטראקטס – קלאגעס אויף וועלכע ער איז פאראורטיילט געווארן צו 5 יאר טורמע, אינאיינעם מיט זיין זון עדעם סקעלאס (Adam B. Skelos).

דיען טענה'ט אז זיין אורטייל דארף ארויסגעווארפן ווערן, באזירט אויפ'ן פאקט אז דער סופרים קאורט האט פאראיאר ארויסגעווארפן די קלאגעס קעגן געוועזענעם ווירדזשיניע גאווערנאר, באב מעקדאנעל, מאכנדיג לויזער די געזעצן ווען פאליטישאנס מעגן נעמען געלטער פון ביזנעסער, אפילו זיי טוען נאכדעם טובות פאר די ספעציפישע ביזנעסער.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל