מאנהעטן – רעקארדס פון די ניו יארק סיטי טורמע אויטאריטעטן צייגן אז אין א דורכשניטליכן טאג עס געפינען זיך אזויפיל ווי 3,931 ארעסטאנטן אין סיטי טורמעס בלויז צוליב וואס זיי קענען נישט צאלן די בעיל געלטער צו ווערן באפרייט.

די סטאטיסטיקס קומען פון פאראיאר, און עס צייגט אז אין א דורכשניטליכן טאג האבן זיך אין יאר 16' געפונען 9,790 ארעסטאנטן אין סיטי טורמעס, וואס באדייט אז מער ווי א דריטל זענען בלויז געזעסן נישט ווייל זיי האבן אויסגעדינט א טורמע אורטייל, נאר ווייל זיי האבן נישט געהאט צו באצאלן בעיל, און האלב פון די ארעסטאנטן מיט בעיל פראבלעמען האבן בלויז געדארפט באצאלן ארום 5 טויזנט דאלער בעיל אדער ווייניגער.

מענטשן-רעכט אקטיוויסטן טענה'ן, אז די ציפערן צייגן פאר מוניציפאליטעטן, זיי זאלן אמשנעלסטן שניידן די בעיל געלטער און טרעפן אן אנדער וועג וויאזוי צו באפרייען עמיצן און פארזיכערן אז ער וועט זיך שטעלן צום פראצעס ביי א שפעטערדיגן דאטום.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל