וואשינגטאן – שפענדונגען אויף פרעסקריפשאן מעדיצינען וועט שטייגן מיט 4-7 פראצענט אין 21', און וועט דערגרייכן א געשאצטע 580 ביליאן צו 610 ביליאן דאלאר, לויט א באריכט פון א פירמע וואס זאמלט נאציאנאלע סטאטיסטיקס איבער פרעסקריפשאן דראג שפענדונגען. די פירמע שאצט אז אין די קומענדיגע דריי יאר וועט מען יערליך אריינבאקומען 40-45 נייע מעדיצינען. געווענליך זענען די נייע מעדיצינען גאר טייער. די עף-די-עי האט באשטעטיגט בלויז 22 מעדיצינען אין 16, קעגן 45 אין 15'.

מען האט יעצט 2,300 נייע מעדיצינען אין די לעצטע אטנוויקלונג שטאפלען, דאס נעמט אריין איבער 600 קענסער מעדיצינען. די אמעריקאנער שפענדונגען פאר פרעסקריפשאן מעדיצינען אין 16' זענען געשטיגן מיט 5.8 פראצענט קעגן די 15' שטאפלען, צו 450 ביליאן דאלאר, באזירטע אויף די אפיציעלע פרייזן, און מיט 4.8 פראצענט, צו 323 ביליאן דאלאר, אויב רעכנט מען אריין די דיסקאונטס און "ריבעיטס".




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל