אַן אַמעריקאַנער פּאַטראָל פליגער וועלכע איז געפלויגן אין די אינטערנאַציאַנאַלע וואַסערן אין די געגענט פון די כינזערע-קאָרעאַנער גרעניץ האָט אויסגערופן פאַרדאַכט ביי די כינזערע אויטאָריטעטן, און זיי האָבן געשיקט עטליכע פליגערס צו פאַרטרייבן דעם אַמעריקאַנער פליגער, טראָץ וואָס אַמעריקע זאָגט אַז זיי האָבן נישט געהאַט די רעכט דאָס צו טוהן.

די ספּעציעלע פּאַטראָל פליגער איז אַ גאר פאָרגעשריטענע פליגער וועלכע קען נייטראַליזירן נוקלעאַרע געפאַרן, און די פּענטאַגאָן האָט אָנגערופן די שריט פון די כינעזער רעגירונג ״אומפּראָפעסיאַנעל״, אָבער האָט עס נישט באַצייכנט אַלס געפאַרפול, און האָט געזאָגט אַז זיי וועלן לעזן דעם פּראָבלעם אויף אַ דיפּלאָמאַטישע וועג.

דאָס קומט אין די זעלבע צייט וואָס די כינזערע רעגירונג דרוקט אויס שטאַרקע אומצופרידנהייט מיט די פאַרשטערקערטע אָנוועזנהייט פון אַמעריקאַנער קרעפטן נעבן דעם קאָרעאַר האַלבאינזל, אַריינגערעכנט די גרויסע ״קאַרל ווינסטאָן״ עירקרעפט קעריער. אַצינד גרייט זיך אַמעריקע צו שיקן אויך די ״ראַנעלד רעיגן״ עירקרעפט קעריער, צו דורכפירן געמיינזאַמע מושטירונגען צווישן די גרום קאָרעאַר מיליטער און אַרום 28,000 אַמעריקאַנער זעלנער וואָס געפונען זיך דאָרט.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל