דער פּרעזידענט האָט נעכטן אָפּגעהאַלטן אַ פּרעסע קאָנפערנץ אינאיינעם מיט׳ן פּרעזידענט פון קאָלאָמביע, אין וועלכע ער האָט געענטפערט דירעקטע פראַגעס פון דשורנאַליסטן איבער די לעצטע געשעענישן. ער האָט ווידערהאַלט אַז די לעצטע סקאַנדאַלן וועלכע נעמען אַרום דאָס ווייסע הויז זענען ווי אַ שטורעם אין גלאָז וואַסער, און האָט קריטיקירט די באַשלוס פון די יוסטיץ דעפּאַרטמענט צו שטעלן אַ ספעציעלע פראָקוראָר, זאָגנדיג אַז דאָס צוטיילט דאָס לאַנד, און שטערט אים פון אָנגיין געהעריגט מיט׳ן ״פירן דאָס לאַנד״

אין די זעלבע צייט גייט די ״ניו יאָרק טיימס״ ווייטער מיט אירע אויפדעקונגען פון די קאָומי נאָטיצן, און האָט נעכטן פאַרעפנטליכט נאָך א רייע אינצידענטן אין וועלכע דער פּרעזידענט האָט פּרובירט צו זיך באַפריינדען מיט׳ן דירעקטאָר קאָומי, און האָט אים אָנגערופן פערזענליך אויפ׳ן טעלעפאָן פרעגן איבער די אויספארשונג, און האָט אים געבעטן צו מעלדן עפנטליך אַז ער איז נישט אונטער אויספאָרשונג. קאָומי האָט לויט די נאטיצן געזאָגט פאַר׳ן פּרעזידענט אַז עס איז נישט אויסגעהאַלטן לעגאַל אַז ער זאָל האָבן אַ נאָנטע פאַרבינדונג מיט׳ן פּרעזידענט, און האָט אים געבעטן צו רעדן מיט אים דורך די אָפיציעלע קאַנאַלן ווי די יוסטיץ דעפּאַרטמענט און די ווייסע הויז לעגאַלע ראַטגעבער.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל