די רעגולאַציע דעפּארטמענט אין די אייראָפעישע פאַראיין האָט אַרויפגעלייגט די גרעסטע שטראָף אין זייער היסטאָריע אויף די פעיסבוק פירמע, וועלכע פאַרמאגט צווישן אַנדערע אויך די פּאַפּולערע מעסעדשינג אַפליקאַציע ״וואַטסעפּפּ״, צוליב דעם וואָס זיי האָבן אַריינגעגעבן פאָלשע אינפאָרמאציע ביים פאַרלאַנגען אַ באַשטעטיגונג צו אָפּקויפן די מעסעדשינג אַפּליקאַציע.

די פירמע האָט געהאַט געזאָגט אין 2014 אַז זיי האָבן נישט די טעכנאָלאָגישע מעגליכקייט צו פאַרגלייכן די אינפאָרמאַציע פון די באַנוצער פון די אַפּליקאַציעס און זיי סינכראָניזירן, אָבער ווי עס שטעלט זיך אַרויס האָבן זיי דאָס שפּעטער געטוהן, און גענוצט די אינפאָרמאַציע צו פארגרעסערן זייערע איינקונפטן.

דאָס קומט בלויז עטליכע טעג נאָכדעם וואָס אַ געריכט אין איטאַליע האָט געלייגט אַ שטראָף פון 3 מיליאָן דאָלער אויף וואַטסעפּפּ צוליב דעם וואָס זיי האָבן געצווינגען אירע באַנוצער צו מיטטיילן אינפאָרמאַציע פאַר די פעיסבוק פירמע.

פעיסבוק האָט אָפּגעקויפט די וואַטסעפּפּ אַפּליקאציע פאַר די אַסטראָנאָמישע סומע פון 19  ביליאָן דאָלער, מיט אַ לאַנג-יעריגע סטראַטעגיע פון עס צונויפשמעלצן מיט איר מעסענדשער אַפּליקאַציע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל