סאודי אראביע – נעכטן איז פרעזידענט טראמפ אנגעקומען קיין סאודי אראביע ביי זיין ערשטע אויסלענדישע רייזע זינט׳ן ווערן איינגעשוואוירן אין אמט, איבערלאזנדיג וואשינגטאן אינמיטן עטליכע אנגייענדיגע קאנטראווערסיעס ארום זיין פרעזידענטשאפט. אין סאודי אראביע האט טראמפ באקומען א זעלטן-קעניגליכע אויפנאמע, וואו קעניג סאלמאן זעלבסט האט אים אפגעווארט ביים לופטפעלד, וואס איז געווען א קלארע צייכן פון פריינטשאפט, נעמענדיג אין באטראכט אז קעניג סאלמאן האט נישט פערזענליך אויפגענומען באראק אבאמא'ן ווען ער איז געקומען באזוכן סאודי אראביע פאראיאר.

סאודיער מיליטערישע פליגערס האבן דאן דורכגעפירט א לופט צערעמאניע, איבערלאזנדיג רויעך אין די קאלירן פונעם אמעריקאנער פאן אין דער לופטן. שפעטער ביי אן אויפנאמע אינעם סאודיער קעניגליכע פאלאץ, האט קעניג סאלמאן געשאנקען פאר פרעזידענט טראמפ א גאלדענעם מעדאל, די העכסטע ציווילע עהרע פון דער סאודיער מלוכה, און דאן האבן קעניג סאלמאן און טראמפ אונטערגעשריבן אן אפמאך אז אמעריקע וועט פארקויפן וואפנס פאר סאודי אראביע אין ווערד פון 110 ביליאן דאלער, און אויסער דעם נאך עטליכע האנדלס אפמאכן וואס וועט ברענגען פאר דער אמעריקאנער רעגירונג און אמעריקאנער פריוואטע אינדוסטריעס אזויפיל ווי 350 ביליאן דאלער אין פראפיטן.

אן ״אסאשיעטעד פּרעס״ באריכט פרייטאג האט אויפגעדעקט אינטערעסאנטע דעטאלן וויאזוי די וועלט פירער האבן זיך געגרייט שוין עטליכע וואכן פאר טראמפ׳ס באזוך, אריינגערעכנט דאס וואס מען האט זיי אנגעזאגט אז דער פרעזידענט גלייכט נישט קיין לאנגע באריכטן, נאר קורצע פונקטן און פרעזענטאציעס, און אויך אז ביי יעדן אפשטעל, אין לויף פונעם 9-טאגיקן באזוך איבער עטליכע לענדער, וועט זיך פארלאנגען א פאר שעה פאר׳ן פרעזידענט צו פארברענגען און זיך אפרוען. די 9 טעג וועט מען פארברענגען ביז מאנטאג אין סאודי אראביע, דערנאך גייט מען קיין מדינת ישראל, דאן קיין רוים צום וואטיקאן פאר א צוזאמטרעף מיט׳ן פויבסט, און דערנאך קיין בריסל פאר א סאמיט מיט פילע וועלט פירער.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל