טעהראן – דער רעפארמיסטישער פרעזידענט כאַסאַן רוכאַני האט אפגעהאלטן א שטארקן זיג אין די פרעזידענט וואלן וועלכע זענען פארגעקומען פרייטאג, באזיגנדיג עטליכע קעגנער, הויפטזעכטליך דעם ראדיקאלן איבראהים ראסי, וועלכער האט געהאט די שטיצע פונעם גייסטליכן פירער איאטאלא כומעיני.

לויט די רעזולטאטן וועלכע זענען פובליצירט געווארן ענדגילטיג שבת אינדערפרי, האט רוכאַני באקומען 57 פראצענט, בעת ראסי האט באקומען בלויז 38 פראצענט און די איבריגע שטימען זענען געגאנגען פאר די שוואכערע קאנדידאטן. אין א רעדע שבת פאר זיינע שטיצער, האט רוכאַני געפייערט זיג און געזאגט אז ער וועט פאראויסגיין מיט׳ן מאכן איראן נאך מער פריי און אפן צו דער איבריגער וועלט, און ער האט אויך דערמאנט דעם נאמען פון מוכאמעד קאטאמי, געוועזענער איראנער פרעזידענט וועלכער איז געווען א שטארקער רעפארמיסט, וואס דאס דערמאנען קאטאמי׳ס נאמען איז געווען א קלארע פארלעצונג פון אן אורטייל פון איראנ׳ס רעליגיעזע געריכט. אונטער רוכאני׳ס ערשטע טערמין אלס פרעזידענט, האט אמעריקע געשלאסן דעם נוקלעארן דיעל מיט איראן, און די האפענונג איז דעריבער אז רוכאַני וועט עס ווייטער אנהאלטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל