מאנילא – די פיליפינער רעגירונג איז ארויסגעקומען זיך באקלאגן אז כינע סטראשעט אנצוהייבן מיליטערישע אפעראציעס קעגן די פיליפינען, אויב וועט די פיליפינער רעגירונג דורכפירן אויל גראבונגען אינעם דרום כינע ים. די רעדע איז פון די פילע אינזלען לענגאויס דער דרום כינע ים, וואס אפיציעל און לעגאל באלאנגען זיי פאר קיינעם נישט, אבער כינע האט אין די לעצטערע יארן אנגעהויבן פארשידענע אפעראציעס צו באזעצן די אינזלען און פארכאפן קאנטראל דערויף - א שריט וואס האט געברענגט אויפברויז ביי טייוואן, פיליפינען, יאפאן און אנדערע לענדער וועמענס בארטנס גרעניצן זיך מיט דער דרום כינע ים. די פיליפינען האט לעצטנס אנגעהויבן אירע אייגענע אגרעסיעס אויף עטליכע פון די אינזלען, וואס כינע האלט עס נישט אויס, און ווי די פיליפינען זאגן, האבן זיי אנגעהויבן גראבונגען צו זוכן פאר אויל אויף איינס פון די אינזלען, און כינע סטראשעט אז זיי וועלן דורכפירן באמבארדירונגען אויף פיליפינער צילן, צו צווינגען די פיליפינער אפצושטעלן זייערע גראבונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל