בעיזשינג - אן עקספּלאסיווע אויפדעקונג איז נעכטן באריכטעט געווארן אינעם ״ניו יארק טיימס״, אז די כינעזער רעגירונג האט אין לויף פון די יארן 10׳ ביז 12׳ באוויזן צו צעוואַרפן א גרויסן שפיאנאזש רינג וואס אמעריקע האט געהאט אוועקגעשטעלט אינערהאלב דער כינעזער רעגירונג. די כינעזער זענען דערגאנגען אויף די שפורן פון ארום 18 ביז 20 כינעזער בירגער וועלכע האבן געארבעט פאר אמעריקע אלס געהיימע שפיאנען, און רוב פון די שפיאנען זענען אומגעברענגט געווארן און די איבריגע זענען איינגעשפארט געווארן אין שווערע מיליטערישע טורמעס. ווי דער ״טיימס״ באריכטעט, איז דער שפיאנאזש רינג געווען אן אפעראציע וואס די סי-איי-עי האט אנגעפירט, און די סי-איי-עי איז דערווייל נאכנישט דערגאנגען צי די רינג איז אויפגעדעקט געווארן פאר כינע דורך א טאפּלטן שפיאן, דאס הייסט אז אן איינגעשטעלטער אין די סי-איי-עי האט דערציילט פאר כינע איבער׳ן שפיאנאזש רינג, אדער איז דאס כינע אליינס געוואויר געווארן דורכ׳ן אריינהעקן אין סי-איי-עי קאמיוניקאציעס. די סי-איי-עי האט דערווייל נישט קאמענטירט אויפ'ן גאנצן טיימס באריכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל