מאנסי - דער ארטאדאקסישער יונגערמאן ר׳ יצחק אולמאן הי״ו איז געשטעלט געווארן צו דינען צייטווייליג אלס דער נייער ראמאפא טאון סופערווייזער אין מאנסי, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער סופערווייזער, קריסטאפער סענט לאורענס, האט פרייטאג רעזיגנירט פון אמט נאכדעם וואס א דזשורי האט אים דערקלערט שולדיג אויף שווינדל קלאגעס. סענט לאורענס, באקאנט לאנגע יארן אלס שטארקער אוהב ישראל וועלכער האט נאכאנאנד געטאן טובות פאר׳ן לאקאלן אידנטום און איז געווען א זעלטנהייט אין די פארפּעסטיגטע אנטי-אידישע פאליטישע ענווייראמענט אינעם ראיאן, איז דערקלערט געווארן שולדיג אויף 20 פון די 22 פעדעראלע קלאגעס וואס זענען געווארן ארויסגעשטעלט קעגן אים, אז ער האט געפעלשט די טאון ביכער צו קענען בויען א לאקאלן סטאדיום. ער האט גלייך נאכ'ן דזשורי אורטייל רעזיגנירט און ר׳ יצחק אולמאן וועט איבערנעמען אלס נייער צייטווייליגער טאון סופערווייזער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל